Background Image

לעמבעריק

איידער מיר זענען אַרײַן אינעם אַרמענישן קלויסטער פֿון לעמבעריק, האָב איך נישט געוווּסט, אַז מיט אַ פאָר הונדערט יאָר צוריק אי די אָרטאָדאָקסישע אי די אַרמענער קריסטן אין גאַליציע האָבן זיך אַליין אונטערגעאָרדענט אונטערן רוימישן פויפס. קען מען זאָגן אַז מיר זענען אַרײַן אין אַן אַרמעניש-קאַטוילישן קלויסטער. אַפֿילו ס'האָט דאָרטן קיינער נישט געזונגען צי אָנגעצונדן אַ ליכטל, האָבן די סצענעס אַויף די ווענט, די סצענעס פֿון יאַן הענריק ראָזען מיט זייערע רײַכע, איידלע קאָלירן, געלייגט זייער כּישוף אויף אונדז: בפֿרט די לוויה פֿונעם הייליקן אָדילאָן פֿון קלוני, וואָס ער האָט צונויפֿגערופֿן דעם יום-כּל-הנשמות, און דער אָפגעשניטענער קאָפ פֿון יוחנן המטבֿיל אויפֿן זילבערנעם טאַץ. בײַם געוואָר ווערן סײַ די ליכטיקע שטראַלן אַרום דעם בלויז אויפֿן אָרט פֿון זײַן קאָפ, סײַ די רוחותדיקע, דורכזעעוודיקע נשמות צווישן די שוואַרץ אָנגעטאָנענע מאָנאַכן וואָס טראָגן אָדילאָנס טרומנע, דערפֿילט מען עפעס ווי די געמעלן וואָלטן אונדז אַריבערגעטראָגן ווי אין חלומות צו אַן אַנדער עולם. (שלום אַש, וואָס האָט אָנגעשריבן "דער מאַן פֿון נצרת" וואָלט געהאַט הנאה פֿון דעם וואָס אַ געשמדטער ייִד, יאַן הענריק ראָזען, אין אַ "געשמדטן" אַרמענישן קלויסטער מאָלט אַזעלכע, אויסטערלישע סצענעס.)

Johannes der Taeufer

יוחנה המטבֿיל אינעם אַרמענישן קלויסטער, קוואַל: וויקיפעדיע

בײַ די מויערן פֿונעם אַלטן לעמבעריק, מיט די קאָנטורן פֿון אַ שיל אויף דער לינקער זײַט, האָט מע צונויפֿגעשטעלט פֿאַר איר איין און איינציקער פֿאַרבליבענער וואַנט אַ דענקמאָל. דאָס זענען אַ סך טאָוולען וואָס דערמאָנען אין מצבֿות און וווּ מע האָט אײַנגעקריצט פֿון ביידע זײַטן זאַצן און ציטאַטן פֿון ייִדן וואָס האָבן געהאַט אַ שײַכות צו לעמבעריק. די ציטאַטן זענען פֿאַרשריבן אינעם אָריגינאַלן לשון און איבערגעזעצט געוואָרן אויף אוקראַיִניש, עבֿריתּ און ענגליש כּדי צו פֿאַרשפרייטן זייער קול ביז הײַנט. צווישן אָט דער בבֿלישער תּוהו-ובֿוהו (פֿראַנצייזיש, פויליש, עבֿריתּ, דײַטש...) געפֿינען זיך אויכעט פֿיר ייִדישע קולער פֿון דבֿורה פֿאָגל, אַלעקסאַנדער ליזען (אַן אַלטער פֿרײַנד פֿון אונדזער שלמה-בירנבוים-געזעלשאַפֿט), משה שימל און ישׂראל אַשענדאָרף

Mahnmal Goldene Rose Moyshe Shimel

דענקמאָל אויפֿן אָרט פֿון דער שיל די גאָלדענע רויז, מע לייענט אַ ציטאַט פֿון משה שימל

משה שימל (אַ דאָיקער אי פוילישער אי ייִדישער שרײַבער, איבערזעצער, קריטיקער און פובליציסט וואָס איז דערהרגעט געוואָרן אין יאַנאָווסקאַ אינעם יאָר 1942), וואָס איך האָב אים בשום-אופֿן ניט געקענט פֿאַר אונדזער נעסיע, האָט זיך נאָך אַמאָל באַוויזן בײַ אַן אויסשטעלונג לעבן דעם מאָנומענט פֿאַר דעם לעמבערגער געטאָ. דאָרטן איז געווען גאָר אַן אייגנאַרטיקער מישמאַש פֿון דערציילונגען: וועגן געשעענישן בעת דער מלחמה אין לעמבעריק, וועגן דעם וואָס האָבן איבערגעלעבט אי די קרבנות פֿון די רדיפֿות אי זייערע רעטערס אי זייערע רוצחים

אַ טשיקאַווע און פֿאַרצווייפֿלטע מעשׂה איז פֿאַר מיר געווען וואָס דער לעמבערגער ייִדישער מוזיי האָט נאָר געקאָנט עקסיסטירן פֿאַר זיך פֿון 1934 ביז 1939 און איז דעמלט תּיכּף פֿאַרמאַכט געוואָרן פֿון די סאָוועטן. זיי האָבן געהייסן אַריבערפעקלען זיך אינעם מוזיי פֿאַר קינסטלערישע האַנדאַרבעט. ווען די דײַטשן זענען געקומען בעת דער מלחמה, האָבן זיי געוואָלט לאָזן איבערפֿירן די אָביעקטן קיין טערעזנשטאָט און נאָר אַ פאָר פֿון די אָביעקטן האָט מען אויסבאַהאַלטן פֿאַר די דײַטשן און אַזוי געראַטעוועט ביז נאָך דעם חורבן. אינעם יאָר 1948, נעבעך, האָבן אויכעט די סאָוועטן געבעטן בײַ דעם מוזיי פֿאַר קינסטלערישע האַנדאַרבעט קאַליע צו מאַכן וואָס איז פֿאַרבליבן פֿון די אָביעקטן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן מוזיי. האָט דער פֿאָרשטייער פֿונעם מוזיי געדאַרפֿט זיך מאַכן ווי ער וואָלט טאַקע  צעשטערט אַלצדינג. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז אין אַזאַ אַטמאָספֿער האָט מע נישט געקענט כאַפן קיין אָטעם (כאָטש די מלחמה איז שוין לאַנג געווען פֿאָרבײַ...)

Tags: לעמבעריק