טשערנאָוויץ
אַן ערשטער רושם פֿון טשערנאָוויץ: זײַענדיק געפֿאָרן עטלעכע שעהען איבער די שוין אויסגעקלאַפטע וועגן, אויסגעהיילטע פֿון קײַלעכדיקע לעכער, ברענגט מען אונדז אין איינע פֿון די ברוקירטע אַלייעןוואָס צעלאַן און מערבוים-אייזינגער האָבן זיי באַזונגען און וואָס זיי זענען אײַנגערעמט מיט קאַשטאַנעס. אַרויס פֿונעם בוס כאַפן מיר אַ שפאַציר אונטער דעם געוועבס פֿון העלצערנע מאַסטביימער און דראָטן, פֿאַרבײַגייענדיק די פֿאַסאַדן און טירן וואָס שיילן זיך אַלץ מער אָפ, און די באַלקאָנען מיט זייערע פאָרענטשן וואָס ס'פֿעלט זיי אויס די פאָדלאָגע. סע מישן זיך בנינים פֿון דער האַבסבורגישער תּקופֿה מיט אַזעלכע פֿונעם אַזוי גערופֿענעם רומענישן קאָנסטרוקטיוויזם
אין דער שטוב פֿון דער פֿאַרייניקונג "אַ דאַך פֿון מחשבֿות" האָט אָקסאַנאַ מאַטייטשוק (אַ פֿאָרשערין וואָס פֿאָרשט אויס די ליטעראַטור פֿונעם דײַטשן לשון אין דער אַמאָליקער בוקאָווינע) געפועלט צו געבן גאָר אַ טשיקאַוון קיצור פֿונעם לעבן און דער שאַפֿונג פֿון אַ סך דיכטערס, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע וואָס האָבן נישט קיין שם אין דײַטשלאַנד. מיט אַ פאָר ביאָגראַפֿישע שטריכן און לייענען אַ ליד צי אַן אָפשניט פֿון אַ פראָזע-טעקסט האָט זי געקענט פֿאַרכאַפן איר עולם, באַשאַפֿן אַזאַ אַטמאָספֿער און שפאַנונג, אַז מיר, געקומענע נאָר וואָס פֿון עסן מיטאָג, האָבן געוואָלט, נאָר נישט געקענט פֿאַרמאַכן די אויגן און געדאַרפֿט אײַנזאַפן פֿון אירע ליפן אַלץ וואָס זי האָט דערציילט
האָבן מיר דערגרונטעוועט דעם גורל פֿון קלאַראַ בלום וואָס די העלפֿט פֿון איר לעבן איז איבערגעגעבן געווען צום זוכן פֿון איר כינעזישן ליובאָווניק (מע דאַרף וויסן אַז זיי האָבן געשפילט אַ ליבע אין משך פֿון אַ פאָר חדשים אינעם יאָר 1937, ווען זיי זענען ביידע געווען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד). נאָך דעם ווי ער איז אַנטרונען געוואָרן, האָט זי אַליין נישט געוווּסט אַז מע האָט אים דעפאָרטירט אין אַ לאַגער אין סיביר וווּ ער איז ניפֿטר געוואָרן שוין אינעם יאָר 1943. צוליב דעם וואָס זי האָט זיך אין גאַנצן נישט געשטויסן אַז מע וואָלט אים דעפאָרטירט צוליב פאָליטישע סיבות, האָט זי געטראַכט וועגן אַ סודותדיקן שליחות זײַנעם אין כינע און געדאַרפֿט וואַרטן ביזן יאָר 1945 כּדי אַרויסצוקומען פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד און זיך דערשלאָגן איבער דער מערבֿדיקער אייראָפע אַזש ביז כינע מיט צוויי יאָר שפעטער. אַזוי איז זי געקומען קיין כינע, ווען זשו ראַנגטשענג איז שוין נישט געווען בײַם לעבן, און האָט דאָרטן פֿאַרענדיקט איר לעבן און שאַפֿונג
קלאַראַ בלום/זשו בײַלאַן מיט סטודענטען אירע אין כינע,קוואַל: ווינער צײַטונג
אָט דעם בנין רופֿט מע הײַנט "סינעמאַגאָגאַ"; דאָס איז געווען אַמאָל דער טעמפל פֿון טשערנאָוויץ. ער איז אָנגעוווירן זײַנע קופאָלן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה און האָט געביטן זײַן באַשטימונג אין ראַטן-פֿאַרבאַנד צון אַ קינאָטעאַטער ("סינעמאַ"). ווי באַלד מיר זענען אַרײַן, האָט אונדז באַפֿאַלן אַ שטאַרקער ריח פֿון קאָקאָשעס, אַזאַ שטאַרקער, זיך אײַנעסנדיקער, אַז ער האָט גיך אויסגעמעקט די דערמאָנונג אינעם גרויסן היימישן אַרויסטריט פֿון יאָזעף שמידט און אינעם אומגליק וואָס האָט אים געטראָפֿן, ווען ער האָט געוואָלט אַנטלויפֿן פֿונעם נאַציסטישן דײַטשלאַנד אַריבער אין דער שווייץ
ס'דאַכט זיך אַז די סאָוועטן האָבן שטאַרק הנאה געהאַט פֿון איבערבײַטן די ראָלעס פֿון די אַמאָליקע רעליגיעזע בנינים און ערטער. האָבן מיר געזען בשעת אונדזער נסיעה קלויסטערס און שילן וואָס זיי זענען געוואָרן מאַגאַזינען צי אַפֿילו מוזייען פֿון אַטעיזם. האָבן מיר אַחוץ דעם געהערט וועגן מצבֿות וואָס מע האָט זיי געפֿונען אונטער די שטאַטועס (אַ שטייגער, פֿון לענינען) צי ווי אַן אונטערשפאַר פֿאַר אַ טרעפ; אַן אונטערשפאַר אויף צו טראָגן און אונטערשטיצן, דאָס איז צו שאַפֿן דעם פֿונדאַמענט פֿונעם נײַעם סאָציאַליסטישן עתיד. געפֿונען האָט מען די מצבֿות ווען דער סאָציאַליסטישער עתיד איז שוין מער נישט געווען קיין עתיד, נאָר אַן עבֿר. פונקט אַזוי איז אויכעט ווען מע גייט אַרײַן אינעם אַמאָליקן ייִדישן הויז פֿון טשערנאָוויץ, וואָס מע האָט פֿון אים געמאַכט אַ קולטור-פאַלאַץ. איז מען ממש ווי געגאַנגען אויף צוריק פֿאַר דער מלחמה, וואָרן מע האָט צוגעשטעלט צוויי שטיבער פֿון אָט דעם קולטור-פאַלאַץ דעם נײַ געשאַפֿענעם ייִדישן מוזיי פֿון טשערנאָוויץ
איידער מיר האָבן באַזוכט די אויסשטעלונג, האָבן פֿונעם פֿאַסאַד פֿיר אַטלאַנטן (פֿיר וועלטן-טרעגער, וואָס מע קען זיי פֿאַררעכענען ווי אַ טייל פֿון די באַהאַלטענע למד-וואָווניקעס) אַראָפגענידערט זייערע בליקן אויף אונדז. מיר זענען אַרײַנגעשטראָמט צו דעם באַוווּסטן פאָרענטש, וווּ די סאָוועטן האָבן אָפגעשניטן דעם זעקסטן שפיץ פֿון די מגן-דודן כּדי זיי צו דערווײַטערן פֿונעם ייִדישן מקור און צו מאַכן פֿון זיי רויטע סאָוועטישע שטערן. פֿליסנדיק אַרויף און אַראָפ אָט די טרעפ, וואָס מיר האָבן כּמעט אַלע געוווּסט וועגן איר פֿונעם פֿילם "צווילינג און צוקערמאַן", זענען מיר צונויפֿגעקומען צו הערן די געשיכטע פֿון די בוקאָווינער ייִדן, וואָס מיקאָלײַ קושניר, דער פֿאָרשטייער פֿונעם מוזיי, האָט געקאָנט ווי אַ מבֿין אַרײַנוועבן אירע פרטים און פיטשעווקעס אין אַ געדיכטן מלבוש
מיר האָבן זיך דעמלט דערוווּסט אַז די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער טשערנאָוויצער שפראָך-קאָנפֿערענץ האָבן אין אָנהייב געדאַרפֿט בעטן בײַ די אוקראַיִנער אָפצוהאַלטן די קאָנפֿערענץ אין זייער הויז, וואָרן די אַסימילירטן ייִדן האָבן קיינמאָל נישט געוואָלט שמועסן וועגן דעם ייִדישן זשאַרגאָן ווי אַ נאַציאָנאַלן לשון אין זייער ייִדישן הויז אין דער אויבערשטאָט. און מיר האָבן, פֿאַרשטייט זיך, געהערט וועגן דעם מאַן וואָס האָט צונויפֿגערופֿן אָט די קאָנפֿערענץ: נתן בירנבוים, דעם טאַטן פֿון אונדזער "האַמבורגער" שלמה בירנבוים
די זון-פֿאַרפֿלייצטע כוואַליעס פֿון ווילדגראָזן
דער בית-עולם פֿון טשערנאָוויץ איז אַ געראַמער. פֿון איין זײַט זון, פֿון דער צווייטער זײַט פֿינצטערע וואָלקנס: ווער קען זאָגן צי די שטראַלן זענען ליכטיקע צי טונקעלע? פֿאַרבײַ מאַווזאָלייען, אָבעליסקן און סאָוועטישע מצבֿות וואָס ווײַזן דעם וואָס ער באַטראַכט זיי די פנימער פֿון די ניפֿטר געוואָרענע, דערנענטערן מיר זיך צו אונדזער צילאָרט. מיר לאָזן איבער די זון-פֿאַרפֿלייצטע כוואַליעס פֿון ווילדגראָזן וואָס רינגלען זיך אַרום די פרענטעס אַרום די מצבֿות און סטראַשן מיט אײַנשלינגען זיי אינעם טונקעלען ערדישן תּהום. מיקאָלײַ קושניר שטייט דאָרטן בײַ די גאָלדענע סעצעסיע-אַראַבעסקן פֿון שטיינבאַרגס פאַסטעל-בלאָען קבֿר און לייענט דעם משל וועגן די פֿיש וואָס זענען אָנגעוווירן איר קול און דאַרפֿן זינט דעמלט בלײַבן שטומע. מיר דראַפען זיך אויפֿן שפיץ פֿונעם בית-עולם און שפאַנען ווײַטער ביז צו זײַן עק, וווּ אַ קוק אויף דער שטאָט רײַסט איבער די אילוזיע פֿון דער מעגלעכקייט פֿון אַן אַבסטראַקטן דערווײַטערן און אָפשײדן זיך פֿון דער ערדישער עקסיסטענץ
די גאָלדענע סעצעסיע-אַראַבעסקן פֿון שטיינבאַרגס פאַסטעל-בלאָען קבֿר
צום סוף פֿון אונדזער געפֿירטן טור אַרום טשערנאָוויץ באַזוכן מיר אַ שיל וואָס האַלט נאָך אין איין אַרבעטן: אַ ביסל בלאָער פֿונעם בלאָ פֿון שטיינבאַרגס קבֿר און פֿאָרט נאָענט צום אוקראַיִנישן בלאָ. מיקאָלײַ קושניר שטרײַכט אונטער וואָס מיר זעען דאָרטן טשיקאַווע געמעלן. פֿאַר וואָס זענעו זיי טשיקאַווע פֿרעגן מיר. איינס פֿון די געמעלן נעמט זיך פֿון אַן אַמאָליקן קאַרטל פֿון ירושלים, נאָר עס איז געווען אַ קאַרטל פֿונעם קריסטלעכן צד פֿון דער שטאָט. האָט דער מאָלער אויסגעמעקט די צלמים און אפֿשר אַנדערע קריסטלעכע סימנים און פֿאַרביטן מיט מגן-דודן. דאָס איז נישט אַלץ, האָט דער מאָלער נאָך שטאַרקער איבערגעאַנדערשט די רעליגיעזע סצענעס און אַרײַנגעלאָזט אַ פֿאָלקלאָריסטישן, קאַנטיקן נוסח: למשל זענען די באַרג פֿון איין בילד די מיט שניי צוגעדעקטע קאַרפאַטן און דער וואַלפֿיש וואָס האָט אײַנגעשלונגען יונהן איז מגולגל געוואָרן אין אַ סעודתדיקן קאַרפ
Tags: טשערנאָוויץ